הזדהה באמצעות

פייסבוק
גוגל
השאר ללא שם

127

ישיבת "מטה ראובן" האט זיך אויפגעשטעלט אין א מטרה העלפן פאר
חסידישע בחורים צו זיך אויפבויען כהלכה,
און אנקומען צו הויכע און
הערליכע וועגן ,
זיך בויען מענטשליכקייט.
די ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט 8 יאהר צוריק ,
און ביז היינט האבן מיר נאך נישט קיין אייגענע ספר תורה.
אין די טעג גייען מיר ארויס אויף א גרויסע קאמפיין צו שאפן געלט פאר א ספר תורה וואס מען גייט אריינעמען אין ישיבה בפאר והדר בסייעתא דשמיא.
פאר צוויי יאר צוריק האט פארגעקומען דעם גרויסן מעמד
פון "התחלת כתיבת האותיות" ,
דארט האבן תלמידי הישיבה געשריבן א אות אין ספר תורה
דורך א סופר מומחה וואס שרייבט די ספר תורה.
איר האט יעצט א געלעגנהייט צו מנדב זיין

א פרשה אדער א עמוד אין ספר תורה,
און פארדינען זכותים אין דעם גרויסן ענין פון
"ועתה כתבו לכם את השירה הזאת"
די זכות וועט אייך ביישטיין לברכה והצלחה בכל העניינים ,

שלמא רבא ,חינא וחיסדא,חיי אריכי ומזוני רויחיי, אמן כן יהיה רצון.


צור קשר

שלחו