ישיבת "מטה ראובן" האט זיך אויפגעשטעלט אין א מטרה העלפן פאר חסידישע בחורים צו זיך אויפבויען כהלכה, און אנקומען צו הויכע און הערליכע וועגן ,זיך בויען מענטשליכקייט
די ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט 5 יאהר צוריק ,און ביז היינט האבן מיר נאך נישט קיין אייגענע ספר תורה.
אין די טעג גייען מיר ארויס אויף א גרויסע קאמפיין צו שאפו געלט פאר א ספר תורה וואס מען גייט אריינעמען אין ישיבה בפאר והדר בסייעתא דשמיא.
לעצטע וואך איז פארגעקומען דעם גרויסן מעמד פון "התחלת כתיבת האותיות" ,דארט האבן תלמידי הישיבה געשריבן א אות אין ספר תורה דורך א סופר מומחה וואס שרייבט די ספר תורה.
איר האט יעצט א געלעגנהייט צו מנדב זיין א פרשה אדער א עמוד אין ספר תורה,און פארדינען זכותים אין דעם גרויסן ענין פון "ועתה כתבו לכם את השירה הזאת"
די זכות וועט אייך ביישטיין לברכה והצלחה בכל העניינים ,שלמא רבא ,חינא וחיסדא,חיי אריכי ומזוני רויחיי, אמן כן יהיה רצון.